פיילן שטייער ריטורנס און צאלן שטייערן
דא קענט איר ליינען די וויכטיגסטע פאקטן איבער פיילן אייער ריטורן און צאלן שטייערן
ווען אייער אינקאם איז מער ווי א געוויסע שטאפל דארפט איר צאלן שטייער די מענטש וואס צאלט אייך די אינקאם איז פאראנטווארטליך פאר צאלן די שטייער צו די שטייער אגענטור. דאס מיינט אז שטייער מוז שוין זיין אראפגענומען ווען איר באקומט די אינקאם. איר זענט בארעכטיגט צו באקומען א געהאלט באריכט אדער ענליכע דאקומענט יעדע מאל וואס איר באקומט אינקאם. די באריכט ווייזט וויפיל שטייער די צאלער האט צוריקגעהאלטן
צו האבן אייער שטייער ריכטיג, דארפט איר אריינגעבן אן אינקאם שטייער ריטורן צו די שטייער אגענטור איינמאל א יאר. דאס ווערט אנגערופן פיילן אייער ריטורן. די שטייער ריטורן איז גילטיג צו די אינקאם וואס איר האט באקומען אין די יאר פאר איר פיילט.
איינמאל איר האט געפיילט אייער ריטורן, וועט די שטייער אגענטור אויסרעכענען אויב אייער שטייער איז געווארן ריכטיג אויסגערעכנט. ביז דעצעמבער פון די יאר וואס איר פיילט אייער שטייער ריטורן, וועט איר באקומען א בריוו פון אייער שטייער אגענטור, אן ענדגילטיגע שטייער אפשאצונג. עס וועט אייך זאגן אויב איר דארפט צאלן מער שטייער אדער אויב איר וועט באקומען א שטייער ריפאנד.
ווער דארף פיילן?
איר מוזט אייביג פיילן אויב איר זענט געשיקט געווארן א שטייער ריטורן בויגן. די שטייער ריטורן בויגן וועט ווערן געשיקט דורך די פאסט אדער צו אייער דיגיטאלע פאסט קעסטל, אויב איר האט איינס (Billo, Kivra אדער Min myndighetspost).
אין געוויסע פעלער, מוזט איר פיילן אפילו אויב איר האט נישט באקומען א שטייער ריטורן
- באקומען א שטייער ריטורן
אויב איר האט נישט באקומען א שטייער ריטורן, מוזט איר נאך אלץ פיילן אויב איר קענט ענטפערן יא צו סיי וועלכע פון די דערקלערונגען:
- איר האט געוואוינט אין שוועדן דורכאויס 2025 און באקומען איבער 872 24 SEK אין אינקאם פון קוועלער ווי א סאלארי, אייער אייגענע ביזנעס און עלטערן צוגאבע.
- איר האט געוואוינט אין שוועדן דורכאויס א טייל פון 2025 און באקומען איבער 100 SEK אין אינקאם פון קוועלער ווי א סאלארי, אייער אייגענע ביזנעס און עלטערן צוגאבע.
- איר האט געהאט קאפיטאל איינקופט אין שוועדן פון SEK 200 אדער מער אין 2025.
קאפיטאל איינקונפט קען, צום ביישפיל, זיין אינטערעסט אויף סעיווינגס אדער פארדינסטן פון די פארקויף פון שעירס אדער אנדערע סעקיוריטיס. עס קען אויך זיין א פארדינסט פון די פארקויפונג אדער פארדינגונג פון א הויז. - איר האט געהאט איינקופט פון אן איינציגע אייגנטומערשאפט אין 2025, אזויווי דיווידענדס, בענעפיטן אדער אנדערע פארגוטיגונג. א קליינע פארמאכטע קארפאראציע איז א קארפאראציע פירמע אין וועלכע נישט מער ווי פיר מענטשן צוזאמען פארמאגן מער ווי האלב פון די שעירס.
- איר האט פארמאגט א פראפערטי, אדער טייל פון א פראפערטי, אום 1 יאנואר 2025. א פראפערטי איז, צום ביישפיל, א ווילא, א האלידעי היים אדער א שטיקל לאנד.
אפילו אויב איר האט געוואוינט אין אויסלאנד א גאנצע יאר, קענט איר נאך אלס דארפן פיילן אייער איינקונפט אין שוועדן.
וואס זאל זיין אריינגערעכנט אין די שטייער ריטורן?
דאס זענען ביישפילן פון איינקונפט וואס זאלן זיין אריינגערעכנט אין אייער שטייער ריטורן:
- געהאלט אדער אנדערע באצאלונג וואס איר האט באקומען אין פארבינדונג מיט אייער ארבעט
- פענסיע
- עלטערן בענעפיט און צייטווייליגע עלטערן בענעפיט
- אינטערעסט אויף סעיווינגס אין א באנק, צום ביישפיל.
דאס זענען ביישפילן פון איינקונפט וואס זאלן נישט זיין אריינגערעכנט אין אייער שטייער ריטורן:
- נייע ביזנעס אלאוענס, נייע ביזנעס סופלעמענט און האוזינג אלאוענס
- איינקונפט שטיצע
- קינד אלאוענס, האוזינג אלאוענס און האוזינג סופלעמענט
- שילער הלוואות אדער גרענטס פון CSN.
ווען צו פיילן?
איר דארפט אריינגעבן אייער אינקאם שטייער ריטורן צו די שטייער אגענטור ביז מאי 4.
אויב איר פיילט ביז31 מאַרץ, קענט איר באקומען אייער שטייער ריפאנד, אויב שייך, אזוי פרי ווי די אנהייב פון אפריל. ביז דעמאלט מוזט איר פיילן דורך די אי-סערוויס, SMS אדער דורך רופן. איר זענט אויך נישט ערלויבט צו מאכן סיי וועלכע טוישונגען. צום ביישפיל, ארייינגעבן א ביילאגע רעכנט זיך אלס א טויש.
אויב איר פיילט נאך 31 מאַרץ וועט איר באקומען די געלט שפעטער אין די יאר.
אויב איר דארפט מער צייט צו פיילן
אויב איר דארפט מער צייט צו פיילן, קענט איר זיך איינגעבן פאר אן אפשטופונג. אין דעם פאל, קענט איר פיילן ביז 1 יוני אנשטאט דעם. מיר מוזן באקומען אייער פארלאנג פאר פארלענגערונג ביז 4 מאי.
איר קענטזיך איינגעבן פאר א פארלענגערונג אין איינס פון די פאלגנדע וועגן:
- דורך ארויפלאגן צו skatteverket.se, אויב איר האט אי-אידענטיפיקאציע
- דורך רופן Skatteupplysningen, 0771 567 567, פון אן אנדערע לאנד 0046856485160
- דורך באזוכן א סערוויס אפיס.
וויאזוי פולט מען אויס די שטייער ריטורן?
די מענטש וואס צאלט אייער אינקאם האט געווענטליך געזאגט פאר די שטייער אגענטור וואס איר האט פארדינט דורכאויס די יאר. דערפאר, האט די שטייער אגענטור שוין אריינגעלייגט די סומע אין די שטייער ריטורן וואס מיר האבן אייך געשיקט. די סומע וואס איר זעט אויף אייער שטייער ריטורן איז אייער גראס אינקאם, ד. מ. אייער אינקאם פאר שטייער אראפרעכענונגען.
אויב אלעס איז ריכטיג
אויב וואס עס איז געשריבן אין די שטייער ריטורן איז ריכטיג, דארפט איר בלויז אונטערשרייבן און אריינגעבן די שטייער ריטורן. ליינט מער אונטער וויאזוי צו אריינגעבן אייער שטייער ריטורן.
אויב איר דארפט עפעס טוישן אדער צולייגן
אפאר מאל דארפט איר עפעס טוישן אדער צולייגן צו אייער שטייער ריטורן. צום ביישפיל, אייער ארבעטסגעבער האט מעגליך געגעבן נישט ריכטיגע אינפארמאציע פאר די שטייער אגענטור, אדער האט איר מעגליך פארקויפט א פראפערטי אדער סעקיוריטיס.
אויב איר דארפט עפעס טוישן אדער צולייגן, דארפט איר עס פיילן אין די אינקאם שטייער ריטורן דורך אי-סערוויס אדער אויף די פאפירענע שטייער ריטורן. צו מאכן טוישן צו די שטייער ריטורן אין די אי-סערוויס דארפט איר א שוועדישע אי-איי.די. אן אויסנאם איז אראפרעכענונגען פאר פארן פון און צו די ארבעט, וועלכע איר קענט מאכן אין די אי-סערוויס אפילו מיט קאודס. ליינט מער אונטער וויאזוי צו אריינגעבן אייער שטייער ריטורן.
האט איר באקומען די סטאנדארט אראפרעכענונגען?
ווען איר וואוינט און ארבעט אין שוועדן, זענט איר געווענטליך בארעכטיגט צו א סטאנדארט אראפרעכענונג. די סטאנדארט אראפרעכענונג איז אן אראפרעכענונג וואס די שטייער אגענטור מאכט פון אייער אינקאם אויף געהאלט, אפצאלונגען אדער ענליך פארן אויסרעכענען אייער שטייער. דערפאר, מיינען אראפרעכענונגען געווענטליך אז איר וועט צאלן ווייניגער שטייער. אויב איר האט אן איינציגע טרעידער, ווערט די סטאנדארט אראפרעכענונג אויך אויסגערעכנט אויף אינקאם פון יענע ביזנעס.
פון די יאר וואס איר ווערט 67, איז די סטאנדארט אראפרעכענונג העכער.
דא זענען די געזעצן פאר סטאנדארט אראפרעכענונגען:
- אויב איר האט געוואוינט און געהאט אן אינקאם אין שוועדן פאר די גאנצע יאר, זענט איר בארעכטיגט פאר א סטאנדארט אראפרעכענונג פאר די גאנצע יאר.
- אויב איר האט געוואוינט אין אויסלאנד פאר א טייל פון די יאר אבער געפיילט אייער ריטורן כאטש 90 פראצענט פון אייער אינקאם דורכאויס די יאר אין שוועדן, זענט איר בארעכטיגט פאר א סטאנדארט אראפרעכענונג פאר די גאנצע יאר.
- אויב איר האט געוואוינט און געהאט אן אינקאם אין שוועדן פאר טייל פון די יאר, זענט איר בארעכטיגט פאר א סטאנדארט אראפרעכענונג פאר די מאנאטן וואס איר האט דא געוואוינט.
די שטייער אגענטור וועט געווענטליך שוין האבן געמאכט די סטאנדארט אראפרעכענונג אין אייער שטייער ריטורן ווען איר באקומט עס. אויב מיר האבן דאס נישט געטון, אדער אויב איר טראכט אז די סטאנדארט אראפרעכענונג איז צו נידריג, דארפט איר שרייבן אונטער אנדערע אינפארמאציע (Övriga upplysningar) ארום וויפיל מאנאטן איר האט געארבעט אין שוועדן לעצטע יאר און אז איר ווילט א סטאנדארט אראפרעכענונג פאר יענע צייט.
האט איר געהאט סיי וועלכע אויסגאבן פאר וועלכע איר קענט קלאגן אן אראפרעכענונג?
אויב איר האט געהאט אויסגאבן צו קענען ארבעטן, קענט איר זיי מעגליך אראפרעכענען אויף אייער שטייער ריטורן. די אראפרעכענונגען פארמינערן אייער שטייער ביל צום ביישפיל, איר קענט באקומען אן אראפרעכענונג פאר
- איר דארפט פארן ווייטע וועגן צו און פון די ארבעט
- איר וואוינט אין אן אנדערע פלאץ ווי אייער פאמיליע ווייל איר ארבעט דארט.
אראפרעכענונגען פאר אינדיווידועלן (אין אידיש)
האט איר אן איינציגע אייגנטומערשאפט?
אויב איר האט אן איינציגע אייגנטומערשאפט, דארפט איר אויך אויספולן וואס איז באקאנט אלס א ביזנעס ביילאגע (NE-bilaga). איר געבט דאס אריין צוזאמען מיט אייער שטייער ריטורן. אין די ביזנעס בויגן, פולט איר אויס די פרטים פון אייער פירמע'ס אקטיוויטעטן. די ביזנעס ביילאגע ווערט גערופן SKV 2161 און איר קענט דאס דרוקן פון skatteverket.se אדער עס באשטעלן דורך רופן שטייער אינפארמאציע (Skatteupplysningen) אויף 0771567567.
עס איז דא א וועגווייזער וויאזוי אויסצופולן די שטייער ריטורן. די וועגווייזער איז אוועילעבל אין שוועדיש און ענגליש.
וויאזוי געבט מען אריין די שטייער ריטורן?
איר קענט אריינגעבן די שטייער ריטורן אין איינס פון די וועגן:
- דורך שיקן אן SMS
- דורך רופן
- דורך די Inkomstdeklaration 1 אי-סערוויס
- דורך שיקן אין די פאפירענע שטייער ריטורן.
די טעקסט, SMS סערוויס, אי-סערוויס און שטייער ריטורן איז אין שוועדיש. אויב איר פיילט דורך די טעלעפאן, קענט איר באקומען די אינפארמאציע אין שוועדיש אדער ענגליש.
קאודס אויף די אינקאם שטייער ריטורן
עס זענען געווענטליך דא קאודס אויף די שטייער ריטורן טוואס איר האט באקומען. איר קענט נוצן די קאודס צו פיילן אייער שטייער ריטורן.
אויב איר האט נישט באקומען קיין קאודס, איז עס געווענטליך ווייל איר דארפט עפעס טוישן אין די שטייער ריטורן.
צום באדויער, אױב איר האט פארלױרן אײער קאודס, קענט איר נישט באקומען נייע. דאס איז אויך גילטיג אויב די קאודס האבן אויפגעהערט ארבעטן ווייל עפעס האט זיך געטוישט אין אייער שטייער ריטורן זייט עס איז געווארן אריינגעפולט דורך די שטייער אגענטור.
אויב איר האט נישט קיין קאודס, קענט איר אנשטאט דעם פיילן מיט די אי-סערוויס, אויב איר האט אי-אידענטיפיקאציע. אויב נישט, קענט קענט איר פיילן אויף די פאפירענע שטייער ריטורן.
מיט SMS
איר קענט פיילן מיט טעקסט מעסעדזש אויב אלע פון די פאלגענדע זענען שייך צו אייך:
- איר האט באקומען א שטייער ריטורן מיט קאודס.
- איר דארפט נאר באשטעטיגן די שטייער ריטורן.
- איר האט א שוועדישע מאביל טעלעפאן נומער רעגיסטרירט.
וויאזוי צו פיילן מיט SMS מעסעדזש:
- נעמט ארויס אייער שטייער ריטורן און מאכט זיכער אז די אינפארמאציע איז ריכטיג.
- טרעפט אײער פערזענליכע קאודס. זיי קענען ווערן געפינען אין די שטייער ריטורן ספעציפיקאציע.
- באקומט די קאוד פאר אונטערשריפט. טעקסט אייער פערזענליכע אידענטיטעט נומער אדער דאס גלייכן און די אונטערשריפט קאוד צו 71144. לייגט נישט אריין א לאנד קאוד פאר 71144, אפילו אויב איר זענט אין א לאנד אינדרויסן פון שוועדן. פארגעסט נישט די ספעיס צווישן די פערזענליכע אידענטיטעט נומער און די אונטערשריפט קאוד. ביישפיל: ייייממטטנננ 99999999.
- ווארט פאר די טעקסט מעסעדזש וואס איר באקומט אלס ענטפער. די טעקסט מעסעדזש באשטעטיגט אז איר האט געפיילט אייער ריטורן. עס קען נעמען ביז צען מינוט ביז איר באקומט עס.
- האלט די SMS באשטעטיגונג.
אויב די אונטערשריפט קאוד ארבעט נישט, איז עס ווייל עפעס האט זיך געטוישט אין אייער שטייער ריטורן זייט עס איז געשיקט געווארן צו אייך. אין דעם פאל, וועט איר דארפן פיילן נוצנדיג אייער אי-איי.די. אין די Inkomstdeklaration 1 אי-סערוויס אדער אויף די פאפירענע שטייער ריטורן.
דורך אריינרופן
איר קענט פיילן דורך אריינרופן אויב איר האט באקומען א שטייער ריטורן מיט קאודס און דארפט נאר באשטעטיגן די שטייער ריטורן. וויאזוי צו פיילן דורכן טעלעפאן:
- נעמט ארויס אייער שטייער ריטורן און מאכט זיכער אז די אינפארמאציע איז ריכטיג.
- טרעפט אײער פערזענליכע קאודס. זיי קענען ווערן געפינען אין די שטייער ריטורן ספעציפיקאציע.
- רופט 020567100 (4687649240+ אויב איר רופט פון אינדרויסן פון שוועדן). פאלגט אויס די רעקארדירטע אנווייזונגען. איר קענט באקומען די אנווייזונגען אין ענגליש אדער שוועדיש. ווארט ביז איר הערט א מעסעדזש אויסרוף אויף די טעלעפאן. די מעסעדזש באשטעטיגט אז אייער שטייער ריטורן איז ערהאלטן געווארן. די מעסעדזש ווערט אפגעהיטן, אזוי אז איר קענט רופן און עס הערן נאכאמאל אויב איר ווילט.
דורך די אי-סערוויס
אויב איר האט א שוועדישע אי-איי.די., קענט איר אלעס טון פארבינדן צו די שטייער ריטורן אין די אי-סערוויס אינקאם שטייער ריטורן 1 (Inkomstdeklaration 1).
אויב איר האט נישט קיין שוועדישע אי-איי.די., אבער האט באקומען א שטייער ריטורן מיט קאודס, קענט איר אריינלאגן צו די סערוויס מיט די קאודס וואס איר וועט טרעפן אין די שטייער ריטורן ספעציפיקאציע. דארט קענט איר באשטעטיגן די שטייער ריטורן און מאכן סיי וועלכע פארן אראפרעכענונגען, אבער נישט קיין אנדערע טוישן.
וויאזוי צו פיילן אין די אי-סערוויס:
1. לאגט אריין מיט אייער אי-איי.די. אדער מיט די אידענטיפיקאציע קאוד וואס איר טרעפט אין די ספעציפיקאציע פון אייער שטייער ריטורן. איר וועט אויך דארפן אריינלייגן אייער פערזענליכע אידענטיטעט נומער אדער דאס גלייכן. די אי-סערוויס איז אין שוועדיש.
2.קוקט איבער די אינפארמאציע אין די שטייער ריטורן און מאכט סיי וועלכע נויטיגע טוישן. אויב איר האט אריינגעלאגט מיט די קאודס, קענט איר מאכן אראפרעכענונגען פאר פארן צו און פון די ארבעט, אבער נישט אנדערע טוישן.
3. באשטעטיגט די שטייער ריטורן מיט אייער אי-איי.די. אדער מיט די אונטערשריפט קאוד וואס איר קענט טרעפן אין די שטייער ריטורן ספעציפיקאציע. איר וועט גלייך באקומען א רעסיט ווייזנדיג אז אייער שטייער ריטורן איז ערהאלטן געווארן דורך די שטייער אגענטור.
פיילן מיט א פאפירענע שטייער ריטורן
אויב איר דארפט פיילן א שטייער ריטורן, וועט איר געווענטליך האבן באקומען אן אויסגעפולטע ריטורן אויף פאפיר אדער דורך א דיגיטאלע פאסט קעסטל, אויב איר האט איין. אויב איר האט נישט באקומען א שטייער ריטורן אבער זייט אויפמערקזאם אז איר דארפט פיילן איין, קענט איר רופן די שטייער אינפארמאציע צענטער אדער גיין צו א סערוויס אפיס צו באקומען א פאפירענע ריטורן.
וויאזוי צו פיילן אויף די פאפירענע שטייער ריטורן:
- קוקט איבער די אינפארמאציע אין די שטייער ריטורן.
- אויב איר דארפט עפעס טוישן: טוט דאס דורך אריינלייגן די נייע סך הכל סומע אין די ווייסע קעסטל אויף די שורה וואס איר ווילט טוישן.
- שרייבט אונטער די שטייער ריטורן.
- לייגט א סטעמפ אויף די קאנווערט און שיקט די שטייער ריטורן צו
Skatteverket
Inläsningscentralen
Inkomstdeklaration 1
FE 8000
10775
Stockholm
אויב איינער אנדערש דארף פיילן פאר אייך
איר קענט האבן איינעם אנדערש עס טון פאר אייך אויב איר ווייסט אז עס וועט אייך זיין שווער עס צו טון אליין. אין דעם פאל, וועט איר דארפן איינגעבן צו די שטייער אגענטור צו האבן יענע מענטש ווערן אייער שטייער פארשטייער.
געבט איין כאטש איין מאנאט פאר איר דארפט פיילן. איר קענט איינגעבן אין די שטייער אגענטור'ס Ombud och behörigheter אי-סערוויס אדער אויף א בויגן. די בויגן איז אוועילעבל אין אידיש און שוועדיש. די אי-סערוויס איז נאר אוועילעבל אין שוועדיש.
איינמאל די שטייער אגענטור האט באשטעטיגט אייער פארשטייער, וועט די מענטש בלייבן פארשריבן אלס אייער פארשטייער אין די שטייער אגענטור'ס ארכיוון ביז איר מעלדט איין די שטייער אגענטור אז יענע מענטש זאל מער נישט זיין די פארשטייער.
באקומען א שטייער ריפאנד
אפאר מאל נאך איר האט געפיילט אייער ריטורן, וועט איר באקומען אייער ענדגילטיגע שטייער אפשאצונג. עס וועט אייך זאגן אויב איר וועט באקומען א שטייער ריפאנד, באוואוסט אלס א שטייער ריפאנד. צום ביישפיל, א שטייער ריפאנד קען זיין צוליב די פאקט אז די מענטש פון וועם איר באקומט אינקאם האט אראפגערעכנט צו סאך שטייער.
די ענדגילטיגע שטייער אפשאצונג וועט אייך אויך זאגן וויפיל איר וועט צוריקבאקומען.
ווי אזוי און ווען וועט איר באקומען אייער שטייער ריפאנד?
צו באקומען אייער שטייער ריפאנד, דארפט איר געבן פאר די שטייער אגענטור אייער באנק אקאונט נומער. אויב איר האט נישט קיין באנק אקאונט, קענט איר רופן די שטייער אינפארמאציע צענטער אויף 0771567567 אדער גיין צו א סערוויס אפיס.
אויב איר שטעלט צו די אקאונט נומער ווען איר געבט אריין אייער אינקאם שטייער ריטורן, וועט די געלט אוטאמאטיש ווערן צוגעלייגט צו אייער אקאונט. אויב איר שטעלט צו די אקאונט נומער שפעטער, וועט איר אליין דארפן בעטן פאר די געלט צו ווערן צוגעלייגט צו אייער אקאונט. איר קענט דאס טון דורך רופן Skatteupplysningen אויף 0771567567 אדער גיין צו א סערוויס אפיס.
באריכטן אייער שוועדישע באנק אקאונט נומער
אויב איר האט א שוועדישע אי-איי.די., קענט איר איינמעלדן די שטייער אגענטור פון אייער אקאונט נומער ווען איר פיילט אייער אינקאם מיט Inkomstdeklaration 1 אי-סערוויס. איר קענט רעגיסטרירן אייער אקאונט מיט די Skattekonto אי-סערוויס.
אויב איר האט נישט קיין שוועדישע אי-איי.די., קענט איר איינמעלדן די שוועדישע שטייער אגענטור פון אייער אקאונט נומער. איר קענט דאס טון אין איינס פון די וועגן:
- דורך bankgirot.se
אדער
באריכטן א פרעמדע באנק אקאונט נומער
אויב איר האט נישט קיין שוועדישע אקאונט נומער, קענט איר האבן אייער שטייער ריפאנד געשיקט ווערן צו א פרעמדע באנק אקאונט.
וויאזוי צו איינמעלדן די שטייער אגענטור פון די פרעמדע אקאונט נומער:
- שרייבט א בריוו זאגנדיג אז איר ווילט איינמעלדן די שטייער אגענטור פון א פרעמדע באנק אקאונט. די בריוו זאל ענטהאלטן די פאלגענדע:
- אייער נאמען, שוועדישע פערזענליכע אידענטיטעט נומער אדער קאארדינאציע נומער און פארבינדונג פרטים וואו די שוועדישע שטייער אגענטור קען זיך פארבינדן מיט אייך.
- די IBAN און BIC פון די פרעמדע באנק אקאונט.
- אייער אונטערשריפט און אייער נאמען אין דרוק אלפאבעטן.
- באקומט אן אריגינעלע אפיציעלע בריוו פון די פרעמדע באנק. די בריוו מוז זיין נישט עלטער ווי זעקס מאנאטן און מוז ענטהאלטן די פאלגענדע:
- די דאטום וואס די בריוו איז געשריבן געוווארן.
- אייער נאמען און שוועדישע פערזענליכע אידענטיטעט נומער אדער קאארדינאציע נומער.
- אייער אדרעס און טעלעפאן נומער.
- די IBAN און BIC פון אייער באנק אקאונט.
- אונטערשריפט פון אן ארבעטער פון די באנק און נאמען קלארשטעלונג.
- שיקט א בריוו מיט אייערע פרטים און די אפיציעלע בריוו צו:
Skatteverket
20530
Malmö
די שוועדישע שטייער אגענטור וועט נוצן אייער אקאונט נומער ביז איר האט אונז געזאגט עפעס אנדערש.
אונטערצאלונג פון שטייער (kvarskatt)
אפאר מאל נאך איר האט געפיילט אייער ריטורן, וועט איר באקומען אייער ענדגילטיגע שטייער אפשאצונג. עס וועט אייך זאגן אויב איר דארפט צאלן מער שטייער באוואוסט אלס kvarskatt. צום ביישפיל, דאס קען זיין צוליב די פאקט אז די מענטש פון וועם איר באקומט אינקאם האט געצאלט צו ווייניג שטייער פאר די שטייער אגענטור.
די ענדגילטיגע שטייער אפשאצונג וועט אייך אויך זאגן וויפיל איר דארפט צאלן און ביז ווען די שטייער אגענטור דארף באקומען די געלט.
וואו וועט איר צאלן?
איר מוזט צאלן אין די 90 טעג פון דערהאלטן אייער ענדגילטיגע שטייער אפשאצונג. די שפעטסטע דאטום ביז ווען די געלט זאל זיין אין די שטייער אגענטור'ס אקאונט שטייט אויף די ענדגילטיגע שטייער אפשאצונג, אבער איר קענט צאלן די kvarskattגלייך ווען איר באקומט אייער שטייער ריטורן.
אינטערעסט
וויאזוי זאלט איר צאלן?
איר צאלט דורך bankgiro צו bankgiro נומער 5050-1055. איר קענט אויך צאלן דורך Swish, אבער דעמאלטס דארפט איר אריינלאגן צו skatteverket.se מיט א שועדישע אי-איי.די. און אויספאלגן די אנווייזונגען. די אנווייזונגען זענען נאר אוועילעבל אין שוועדיש.
איר מוזט צאלן אין שוועדישע קראנאר. פארגעסט נישט איבערצוקוקן די יעצטיגע אויסטויש ראטע.
צאלן דורך bankgiro אין די אנליין באנק
איר קענט צאלן דורך bankgiro טראנספער דורך אייער אנליין באנק. דאן לייגט אריין די סומע וואס איר צאלט און אייער OCR נומער (referensnummer). די OCR קען מען טרעפן אויף די ענדגילטיגע שטייער אפשאצונג און אויף אייער אינקאם שטייער ריטורן.
איר קענט אויך אויסגעפינען אייער OCR נומער אין די שוועדישע שטייער אגענטור'ס סערוויס, וועלכע איז נאר אוועילעבל אין שוועדיש. לייגט אריין אייער פערזענליכע אידענטיטעט נומער אדער דאס גלייכן אין די פערזענליכע אידענטיטעט נומער פון קארפארעיט רעגיסטראציע נומער קעסטל. דערנאך קליקט אויף די Beräkna (אויסרעכענען) קעסטל.
- די שוועדישע שטייער אגענטור'ס סערוויס אויסצוגעפינען OCR נומערן (אין שוועדיש):
צאלן דורך bankgiro מיט אן אריינ-צאלן קארטל
אויב איר צאלט דורך באנק טראנספער אדער א שוין אויסגעפולטע אריינ-צאלן קארטל, דארפט איר נאר אויספולן די סומע. איר קענט באשטעלן אויסגעפולטע אריינ-צאלן קארטלעך דורך רופן די שטייער אינפארמאציע צענטער אדער גיין צו א סערוויס אפיס.
נעמט אין באטראכט אז עס נעמט אפאר באנקינג טעג פאר די געלט אנצוקומען צו די שטייער אגענטור.
צאלן פון א פרעמדע באנק
צאלן פון א פרעמדע באנק ארבעט די זעלבע וועג ווי צאלן פון א שוועדישע באנק. איר וועט דארפן אריינפולן די פאלגענדע פרטים:
- IBAN נומער: SE56 8000 0890 1196 4624 0516
- BIC-/Swift קאוד: SWEDSESS
- באנק: Swedbank AB, SE-105 34 Stockholm
- צאלער: Skatteverket, SE-831 87 Östersund
- אייער פערזענליכע אידענטיטעט נומער אדער OCR נומער
אויב איר דארפט גרינטליכע אינפארמאציע איבער די שטייער ריטורן
אנדערע בלעטער אויף skatteverket.se האבן מער דעטאלירטע אינפארמאציע אויף אינקאם דעקלעראציעס. עס איז נאר אוועילעבל אין שוועדיש און אפאר מאל אין אידיש.
אויב איר דארפט דעטאלירטע אינפארמאציע און פארשטייט נישט די שוועדישע אדער אידישע טעקסט, קענט איר גערן באזוכן א סערוויס אפיס אדער רופן Skatteupplysningen
